Tänk på att...
Din webbläsare är av en äldre modell. Det innebär att du kanske inte kan använda alla funktioner på webbplatsen. Vi rekommenderar att du uppdaterar till en nyare version.

דײַנע רעכט און שולדיקײטן אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג

דאָ קענסטו לײענען װײַטער װעגן געזעצן און כּללים װעגן דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג (Försäkringskassan) װי אַ מלוכישן אינסטאַנץ און װעגן דיר װי אַ בירגער.

עפֿנטלעכע דאָקומענטן

ס'רובֿ דאָקומענטן בײַ מלוכישע אינסטאַנצן זײַנען עפֿנטלעכע דאָקומענטן. דאָס הײַסט אַז יעדער שװעדישער אײַנװוינער האָט דאָס רעכט צו באַטראַכטן זײ. מע דאַרף  ס'רובֿ מאָל ניט זײַן אַ שװעדישער בירגער. אין דער קאָנסטיטוציאַנעלער פֿרײַהײט פֿון דרוק דערקלערט מען װעלכע מינים דאָקומענטן זײַנען טאַקע עפֿנטלעכע דאַקומענטן און װי אַזוי די מלוכישע אינסטאַנצן מוזן מאַכן זיכער אַז דו קענסט זײ באַטראַכטן.

בסודיקײט

אַן אַרבעט-נעמער בײַ אַ מלוכישן אינסטאַנץ װאָס האָט געזען בסודיקע אינפֿאָרמאַציע מוז האַלטן די דאָזיקע אינפֿאַרמאַציע בסוד אי אין משך פֿון דער באַשעפֿטיקונג אי נאָך דעם װאָס דער באַשעפֿטיקונג האָט זיך פֿאַרענדיקט. אויך ס'רובֿ אונטערנעמערס און אַנדערע װעלכע באַטײליקן זיך אין דער אַרבעט פֿון דעם אינסטאַנץ, למשל איבערזעצערס, מוזן דאָס טאָן. אַ פּאָר מאָל קערט אַן אַרבעט-נעמער אַרויסגעבן אינפֿאָרמאַציע צו אַנדערע אינסטאַנצן. עס טרעפֿט זיך אַז מע איז דערלויבט צו באַטראַכטן אַ טײל בסודיקע אינפֿאָרמאַציע, למשל אויב מע איז אַ טײל פֿון אַ יורידישן פּראָצעס. די באַשטימונגען װעגו בסודיקײט זײַנען דאָ אינעם געזעץ װעגן עפֿנטלעכקײט און בסודיקײט.

דײַנע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס

די אַגענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג (Försäkringassan) האַלט אַ סך מין אינפֿאָרמאַציעס װעגן פּאַרשוינען. עס זײַנען דאָ געזעצן און כּללים װעגן װי אַזוי מע טאָר באַניצן די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציעס. די געזעצן און כּללים זײַנען דאָ כּדי צו באַשיצן דײַנע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס און דײַן פּערזענלעכע אינטעגריטעט. דאָ קענסטו לײענען װעגן פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס אין אַלגעמײן, װי אַזוי מיר באַהאַנדלען די פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס, געזעצן און כּללים און דײַנע רעכט.

װאָס איז פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס?

פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס זײַנען אַלע די אינפֿאָרמאַציעס װעלכע האַנדלען זיך װעגן אַ פּאַרשוין. למשל, פּאַרשוין־נומער, נאָמען און אַדרעס אָבער ס'קען אויך זײַן אַ בילד, געשיכטע פֿון קרענק אָדער אַ רעגיסטער־נומער פֿון אַן ענין.

צו באַהאַנדלען פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס

װען מע רעדן װעגן באַהאַנדלונג פֿון פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס קען עס האָבן צו טאָן מיט כּמעט אַלצדינג װאָס האַנדלט זיך װעגן די אינפֿאָרמאַציעס. למשל װעגן צו לײענען, אויפֿזאַמלען, רעגיסטרירן, אויפֿהיטן, פֿאַרגלײַכן אָדער דרוקן די אינפֿאָרמאַציעס.

אַזוי באַהאַנדלט די אַגענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג די פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס

די אַדענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג באַהאַנדלט פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס װען ס'קומט צו פֿאַרשײדענע ענינים. למשל קראַנקנגעלט, עלטערנגעלט, קינדערגעלט און װוינגעלט.

מיר טאָר בלויז באַהאַנדלען פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס אין ספּעציעלע פֿאַלן, למשל װען ס'קומט צו:

  • פּראָצעזירן ענינים
  • אינפֿאָרמירן װעגן דער סאָציאַל־פֿאַזיכערונג
  • פּלאַנירן, אָנפֿירן און אָפּשאַצן אונדזער אַרבעט
  • צונויפֿזאַמלען סטאַטיסטיק
  • טײלן די אינפֿאָרמאַציעס מיט אַנדערע מלוכישע אינסטאַנצן.

די אַגענוטר אַרבעט כּסדר צו זיכער באַהאַנדלען פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס און אָפּשאַצן די קװאַליטעט, למשל דורך אויספֿירן טעסטן אין דעם IT־סיסטעם. ס'טרעפֿט זיך, אַז מיר מוזן באַהאַנדלען דײַנע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס אין דער דאָזיקער אַרבעט.

די אַגענטור אַרבעט צו פֿאַרהיטן אומגערעכטע באָצאָלונגען. דערפֿאַר, קאָנטראָלירן מיר פֿון צײַט צו צײַט אַפּליקאַציעס. ס'טרעפֿט זיך אַז מיר מוזן באַהאַנדלען דײַנע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס אין אַזעלכע קאָנטראָלן.

מיר טאָרן בלוז אויפֿהיטן פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס אַזוי לאַנג װי מיר נײטיקן זיך אין זײ. עטלעכע מינים אינפֿאָרמאַציעס מעגן מיר אָבער יאָ אויפֿהיטן אין אַרכיװן צוליב אַלגעמײנעם אינטערעס, פֿאָרשונג אָדער סטאַטיסטיק.

אַזוי זאַמלען מיר צונויף און טײלן די אינפֿאָרמאַציעס

מיר טאָרן בלויז צונויפֿזאַצלען אינפֿאָרמאַציעס װעלכע מיר נײטיקן זיך אין פֿאַר די פֿאַרשײדענע ענינים.

מיר באַקומען ס'רובֿ פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס פֿונעם אַקטועלן פּאַרשוין אַלײן. ס'טרעפֿט זיך, אָבער, אַז מיר קריגן אינפֿאָרמאַציעס פֿון אַנדערע מלוכישע אינסטאַנצן, למשל פֿון דער שטײַער־אַגענטור (Skatteverket), דער אַדמיניסטראַציע פֿאַרן שטודענט־געלט (CSN), דער אַרבעט־אַגענטור (Arbetsförmedlingen) און די אַדמיניסטראַציעס פֿאַרן אַרבעטסלאָז־געלט (A-kassorna) .

ס'טרעפֿט זיך אַז מיר גיבן אַרויס פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס צו אַנדערע מלוכישע איסטאַנצן, למשל צו דער שטײַער־אַגענטור, דער אַדמיניסטראַציע פֿאַרן שטודענט־געלט (CSN), דער דורכפֿיר־אַגענטור (Kronofogdemyndigheten), דער פּענסיע־אַגענטור (Pensionsmyndigheten), דער מלוכישער אַדמיניסטראַציע פֿאַרן אַרבעט־פּענסיע (Statens tjänstepensionsverk) און די קאָמונעס. מיר גיבן אַרויס די אינפֿאָרמאַציעס למשל װען דו האָסט באַקומען געלט פֿון אונדז. מיר גיבן נאָר אַרויס אינפֿאָרמאַציעס װעלכע מיר טאָרן אַרויסגעבן.

מיר גיבן אויך אַרויס אינפֿאָרמאַציעס צו אַנדערע באַקומערס. למשל צום באַנק כּדי צו איבערפֿירן געלט צו דיר.

ס'טרעפֿט זיך, אַז מיר מוזן געבן אָדער באַקומען פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס פֿון אַ מלוכישער אינסטאַנץ אין אַן אַנדער לאַנד, אין דעם אײ"פֿ און מחוץ דעם אײ"פֿ (פֿון אַן, אַזוי גערופֿן, דריטן לאַנד). למשל װען דו אַרבעט אָדער האָסט געאַרבעט דאָרטן, אָדער װען דו אָדער עמעצער פֿון דײַן משפּחה װוינען דאָרטן.

דײַנע רעכט

דו האָסט אַ רעכט צו זען די פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס װעגן דיר און װעלכע פֿון זײ מיר האָבן בײַ דער אַגענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג. כּדי צו באַשטעלן אַן אויסצוג פֿון אונדזער רעגיסטער דאַרפֿסטו ניצן דעם אָ פֿאָרמולאַר.

Blankett 9352

דו האָסט אַ רעכט צו פֿאָדערן:

  • אַז מיר קאָריגירן נישט ריכטיקע אינפֿאָרמאַציעס
  • אַז מיר, אין אַ פּאָר פֿאַלן, קאָמפּלעטירן נישט פֿולשטענדירע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס.
  • אַז מיר, אין אַ פּאָר פֿאלן, נישט באַהאַנדלען דײַנע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס.

װען מיר באַקומען דײַן בקשה מוזן מיר דערצײלן װאָס מיר װעלן טאָן מיט איר אַזוי גיך װי מיגלעך.

די דאַטן־אינספּעקציע איז די מלוכישע אינסטאַנץ װאָס זאָל צוזען אַז די באַהאַנדלונג פֿון פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס נישט דערפֿירן צו דעם װאָס אינדיװידנ'ס פּריװאַטקײט װערט קאָמפּראָמענטירט (Otillbörligt intrång). װילסטו באַקלאָגן זיך װעגן װי אַזוי די אַגענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַזיכערונג באַהאַנדלען דײַנע פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס מוזטו שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דער דאַטן־אינספּעקציע. אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם איז דאָ אויף

www.datainspektionen.se

די אַגענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג טראָגט דאָס אַחריות װען ס'קומט צו פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס, דאָס הײסט אַז מיר מוזן באַהאַנדלען דײַנע אינפֿאָרמאַציעס אויף אַ קאָרעקטן אופֿן. דער פֿאָרשטײער פֿאַר דאַטן־שיץ בײַ דער אַגענטור פֿאַר סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג זעט איבער אַז מיר פֿאָלגן די אײ"פֿ־פֿאַראָרדענונג װעדן דאַטן־שיץ (GDPR) און אַנדערע רעלעװאַנטע געזעצן. דער פֿאָרשטײער פֿאַר דאַטן־שיץ איז אויך דער קאָנטאַקט־פּאַרשוין פֿאַר די מיט פֿראַגעס װעגן פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס.

קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע צום פֿאָרשטײער פֿאַר דאַטן־שיץ:

dataskyddsombud@forsakringskassan.se

די געזעצן און כּללים װעלכע באַשטימען װי אַזוי מיר באַהאַנדלען פּאַרשוין־אינפֿאָרמאַציעס

  • די אײ"פֿ־פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ (2016/679)
  • דאָס געזעץ (2018:218) מיט נײַע באַשטימונגען װעגן דער אײ"פֿ־פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ
  • קאַפּיטל 114 אינעם טײל שװעדישן געזעץ װעגן סאָציאַל־פֿאַרזיכערונג
  • דאָס געזעץ (2001:99) װעגן דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק מיט פֿאַראָרדענונגען.

צו אונטערשרײַבן אויף דײַן ערנװאָרט

װען דו שרײַבסט אַן אַפּליקאַציע אונטער אויף דײַן ערנװאָרט צערטיפֿיצירסטו אַז די אינפֿאָרמאַציע איז פֿולשטענדיק און אמתדיק. דער װאָס שרײַבט אַרײַן אומפֿולשטענדיקע אָדער פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע און כאָטש דעם שרײַבט די אַפּליקאַציע אונטער אויף זײַן ערנװאָרט קערט זײַן שולדיק אין אַ פֿאַרזאָרג-פֿאַרברעך.

דו האָסט דאָס רעכט צו פֿאָדערן אַן איבערבאַטראַכטונג פֿון באַשלוסן פֿון דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג

אויב דו ביסט ניט מסכּים מיטן באַשלוס פֿון דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג קענסטו פֿאָדערן אַז מיר באַטראַכטן אים איבער. דאַן װעלן מיר דײַנע באַמערקונגען באַטראַכטן און געבן אַ קוק אויף דײַן פֿאַל נאָך אַ מאָל. מיר באַטראַכטן אי נײַע אי אַלטע אינפֿאָרמאָציע װעגן דעם פֿאַל.

אַזוי טוסטו כּדי צו פֿאָדערן אַן איבערבאַטראַכטונג:

  1. שרײַב אונדז צו אַ בריװ דערצײלן אַז דו װילסט אַז מיר באַטראַכטן אַ באַשלוס איבער. שרײַב די דאַטע און דעם ענין פֿון דעם באַשלוס. דערצײל װי אַזוי און פֿאַר װאַס דו װילסט אַז מיר פֿאַרענדערן דעם באַשלוס.
  2. שיק דײַן פֿאַדערונג פֿון איבערבאַטראַכטונג צו צום ביוראָ װאָס האָט געמאַכט דעם באַשלוס. דער אַדרעס איז דאָ אונער דער קאָפּן-שורה "צי ביסטו ניט מסכּים מיטן באַשלוס".

דו מוזט צושיקן דײַן פֿאָדערונג װעגן איבערבאַטראַכטונג ניט שפּעטער פֿון אַ ספּעציפֿיקער דאַטע נאָך דעם װאָס דו האָסט דעם באַשלוס באַקומען. דו קענסט לײענען אינעם באַשלוס װי לאַנג דו קענסט װאַרטן פֿאַר דעם װאָס דו מוזט פֿאָדערן אַן איבערבאַטראַכטונג.

אויב דו ניצט אַ פֿאָרשטײער מוזטו אונדז דערצײלען דעם פֿאָרשטײערס נאָמען, אַדרעס און טעלעפֿאָן-נומער. מיר װעלן נאָך דעם באַשליסן אויב מיר װילן אַ שריפֿטלעכע פֿולמאַכט און אויב מיר װילן זען דעם אָריגינאַל פֿון דער פֿולמאַכט. האָסטו שוין צוגעשיקט אונדז אַ פֿולמאַכט פֿאַר דער פֿאַל דאַרפֿסטו אונדז ניט צושיקן נאָך אַ פֿולמאַכט.

דו האָסט דאָס רעכט צו אַפּעלירן דעם איבערבאַטראַכטונג-באַשלוס

ביסטו ניט מסכּים מיטן איבערבאַטראַכטונג-באַשלוס פֿון דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג קענסטו אים אַפּעלירן צום פֿאַרװאַלטונג-געריכט.

אַזוי טוט מען:

  1. שרײַב אַ בריװ דערצײלן װאָס באַשלוס דו װילסט אַפּעלירן, װי אַזוי דו װילסט דעם באַשלוס פֿאַרענדערן און פֿאַר װאָס. שרײַב אויך דײַן נאַָמען, אַדרעס און טעלעפֿאָן-נומער.
  2. שיק דײַן אַפּעלאַציע צו צום איבערבאַטראַכטונג-אָפּטײל, דער אַדרעס איז דאָ אויפֿן איבערבאַטראַכטונג-באַשלוס.

אויב דו ניצט אַ פֿאָרשטײער מוזטו שרײַבן דעם פֿאָרשטײערס נאָמען, אַדרעס און טעלעפֿאָן-נומער. דאָס געריכט װעלן באַשליסן אויב עס װילט אַ שריפֿטלעכע פֿולמאַכט און אויב עס װילט זען דעם אָריגינאַל פֿון דער פֿולמאַכט.

די אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג װעלן דײַן אַפּעלאַציע אַרײַנשיקן צום פֿאַרװאַלטונג-געריכט נאָך דעם װאָס מיר האָבן קאָנטראָלירט אַז דײַן אַפּעלאַציע איז ניט צו שפּעט אַרײַנגעשיקט געװאָרן.

מײנסטו אַז אויך דאָס פֿאֶרװאַלטונג-געריכט האָט אַ טעות געמאַגט װען עס קומט צום באַשלוס קענסטו װײַטער אַפּעלירן צום אַדמעניסטראַטיװן אַפּעלאַציע-געריכט און נאָך דעם העכסטן פֿאַרװאַלטונג-געריכט.

דו האָסט דאָס רעכט צו פֿאָדערן אַן אַנטשעדיקונג

אויב דו מײנסט אַז די אַדמיניסטראַציע פֿאַר סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג האָט דיר װײ געטאָן און דו װילסט עקאָנאָמישע קאָמפּענסאַציע קענסטו פֿאָדערן אַן אַנטשעדיקונג.

דו טוסט דאָס דורך שרײַבן אַ בריװ פֿאָדערן אַן אַנטשעדיקונג. אין דעם בריװ דערצײלסטו װי אַזוי די אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג האָט אומגערעכט אַגירט און װי אַזוי זי האָט דיר װײ געטאָן דערפֿון. שרײַב אויך דײַן נאָמען, אַדרעס און אַנדערע קאָנטאַקט-אינפֿאָרמאַציע און גערן דײַן אידענטיפֿיקאַציע-נומער.

Dina rättigheter och skyldigheter i kontakten med Försäkringskassan

Här kan du läsa om mer om lagar och regler som gäller för Försäkringskassan som myndighet och för dig som medborgare.

Allmän handling

De flesta dokument som förvaras hos en myndighet är allmänna handlingar. Det innebär att alla som bor i Sverige rätt att ta del av dem. Det gäller i de flesta fall även de som inte är svenska medborgare. I tryckfrihetsförordningen beskrivs vilka handlingar som är just allmänna handlingar och hur myndigheten ska se till att du får ta del av dem.

Sekretess

Den som är anställd hos en myndighet och har fått reda på sekretessbelagd information är skyldig att iaktta sekretess både under sin anställning och efter att hen har slutat anställningen. Det gäller också de flesta uppdragstagare och andra som deltar i myndighetens verksamhet, till exempel tolkar och översättare. Under vissa förutsättningar får de anställda lämna ut information till exempel till andra myndigheter. Det finns undantag när sekretessen inte gäller, till exempel för den som är part i ett ärende. Bestämmelserna om sekretess finns i offentlighets- och sekretesslagen.

Dina personuppgifter

Försäkringskassan har många uppgifter om privatpersoner. Det finns lagar och regler om hur vi får behandla uppgifterna. De är till för att skydda dina personuppgifter så att din personliga integritet inte kränks. Här kan du läsa om vad en personuppgift är, hur vi behandlar personuppgifter, lagar och regler och vilka rättigheter du har.

Vad är en personuppgift?

Personuppgifter är alla sorters uppgifter om en person. Typiska personuppgifter är personnummer, namn och adress men även en bild, hälsouppgifter eller ett ärendes diarienummer kan vara en personuppgift.

Att behandla en personuppgift

Med behandling av personuppgifter menas i princip allt som går att göra med uppgifterna. Det kan till exempel vara att läsa, samla in, registrera, lagra, samköra eller skriva ut uppgifterna.

Så behandlar Försäkringskassan personuppgifter

Försäkringskassan behandlar personuppgifter inom flera olika förmåner som till exempel sjukpenning, föräldrapenning, barnbidrag och bostadsbidrag.

Vi får bara behandla personuppgifterna för vissa ändamål, till exempel för att

  • handlägga ärenden
  • informera om socialförsäkringen
  • planera, styra och utvärdera vår verksamhet
  • ta fram statistik
  • lämna ut uppgifter till andra myndigheter.

Försäkringskassan arbetar löpande med att säkra behandlingen av personuppgifter och följa upp kvaliteten bland annat genom att utföra tester i IT-systemen. Det kan ge anledning till behandling av dina personuppgifter.

Försäkringskassan arbetar med att motverka felaktiga utbetalningar. Det innebär att vi gör kontroller av ärenden. Dina personuppgifter kan komma att behandlas i sådana kontroller.

Vi får inte spara personuppgifter under längre tid än vad som är nödvändigt med hänsyn till ändamålet. Vissa uppgifter får dock sparas för arkivering av allmänt intresse, forskning eller statistik.

Så hämtar vi in och lämnar ut uppgifter

Vi får bara hämta in sådana personuppgifter som vi behöver för de olika ändamålen. De flesta personuppgifterna får vi från personen själv. Ibland hämtar vi uppgifter från andra myndigheter, till exempel från Skatteverket, Centrala studiestödsnämnden (CSN), Arbetsförmedlingen och a-kassorna.

Ibland lämnar vi personuppgifter till andra myndigheter, till exempel Skatteverket, CSN, Kronofogdemyndigheten, Pensionsmyndigheten, Statens tjänstepensionsverk och kommunerna. Det gör vi till exempel när du har fått en utbetalning från oss. Vi lämnar bara sådana uppgifter som de behöver och som vi har rätt att lämna ut.

Vi lämnar även personuppgifter till andra mottagare. Vi lämnar till exempel uppgifter till banken för att du ska kunna få pengar utbetalda från oss.

Ibland kan vi behöva lämna eller hämta in personuppgifter från en myndighet i ett annat land, både inom EU/EES och utanför EU/EES (så kallat tredje land). Det kan till exempel vara om du arbetar eller har arbetat där eller om du eller någon av dina familjemedlemmar bor eller har bott där.

Dina rättigheter

Du har rätt att få tillgång till de personuppgifter som rör dig och som finns hos Försäkringskassan. Den informationen får du i form av ett registerutdrag. För att beställa ett registerutdrag behöver du fylla i blankett 9352.

Blankett 9352

Du har rätt att

  • få felaktiga uppgifter rättade
  • komplettera ofullständiga personuppgifter under vissa förutsättningar
  • begära en begränsning av vår behandling av dina personuppgifter under vissa förutsättningar.

När vi får in din begäran är vi skyldiga att så fort som möjligt meddela dig vilka åtgärder som din begäran leder till.

Datainspektionen är den myndighet som ska bidra till att behandlingen av personuppgifter inte leder till otillbörligt intrång i enskilda individers personliga integritet. Om du vill klaga på hur Försäkringskassans hanterar dina personuppgifter gör du det hos Datainspektionen. Information om hur du gör finns hos datainspektionen.

www.datainspektionen.se

Försäkringskassan är personuppgiftsansvarig, vilket innebär att vi ansvarar för att behandla dina personuppgifter på rätt sätt. Försäkringskassans dataskyddsombud övervakar att vi som myndighet följer EU:s dataskyddsförordning (GDPR) och annan dataskyddslagstiftning. Dataskyddsombudet är också kontaktperson för dig som har frågor om personuppgifter.

Kontaktuppgifter till dataskyddsombudet: dataskyddsombud@forsakringskassan.se

Lagar och regler som styr hur vi behandlar personuppgifter
  • EU:s dataskyddsförordning (2016/679)
  • lagen med kompletterande bestämmelser till EU:s dataskyddsförordning med tillhörande förordning
  • 114 kap. socialförsäkringsbalken
  • lagen (2001:99) om den officiella statistiken med tillhörande förordningar.

Att skriva under på heder och samvete

När du skriver under en blankett på heder och samvete innebär det att du intygar att uppgifterna är fullständiga och sanningsenliga. Den som fyller i ofullständiga eller felaktiga uppgifter och skriver under på heder och samvete kan vara skyldig till bidragsbrott.

Du har rätt att begära omprövning av Försäkringskassans beslut

Om du är missnöjd med Försäkringskassans beslut kan du begära att vi omprövar det. Då tar vi del av dina synpunkter och gör en ny prövning av ärendet. Vi tittar både på eventuella nya underlag och allt som finns i ärendet sedan tidigare.

Så här gör du för att begära omprövning:

1. Skriv ett brev till oss där du berättar att du begär omprövning av ett beslut. Ange beslutets datum och vad beslutet gäller. Berätta hur och varför du vill att beslutet ändras.

2. Skicka din begäran om omprövning till det kontor som fattat beslutet. Adressen står i beslutet under rubriken Är du inte nöjd med beslutet.

Du måste skicka din begäran om omprövning inom en viss tid efter det att du fick beslutet. Det står i beslutet hur lång tid du har på dig.

Om du anlitar ett ombud så ska du meddela oss ombudets namn, adress och telefonnummer. Vi tar då ställning till om det behövs en skriftlig fullmakt och om fullmakten måste visas upp i original. Om du redan har lämnat in en fullmakt i ärendet så behöver du inte skicka den igen.

Du har rätt att överklaga omprövningsbeslutet

Om du är missnöjd med Försäkringskassans omprövningsbeslut kan du överklaga det till förvaltningsrätten.

Så här gör du:

1. Skriv ett brev där du anger vilket beslut det gäller, hur du vill att beslutet ändras och varför. Skriv också ditt namn, personnummer, adress och telefonnummer.

2. Skicka ditt överklagande till omprövningsenheten, adressen framgår av omprövningsbeslutet.

Om du anlitar ett ombud ska du ange ombudets namn, adress och telefonnummer. Domstolen tar ställning till om det behövs en skriftlig fullmakt och om den måste visas upp i original.

Det är Försäkringskassan som skickar in ditt överklagande till förvaltningsrätten efter att ha kontrollerat att ditt överklagande har kommit in i rätt tid.

Tycker du att även förvaltningsrättens beslut är felaktigt kan du överklaga vidare till kammarrätten och i sista hand till Högsta förvaltningsdomstolen.

Du har rätt att begära skadestånd

Om du anser att Försäkringskassan har orsakat dig skada och du vill ha ekonomisk kompensation kan du begära skadestånd.

Det gör du genom att skriva ett brev där du begär skadestånd. I brevet beskriver du på vilket sätt du menar att Försäkringskassan har gjort fel eller varit försumlig och vilken skada det har orsakat dig. Skriv också ditt namn, adress och andra kontaktuppgifter och gärna ditt personnummer.