Keep in mind...
You are using an older version of your web browser. This means that you might not be able to use all of the functions of the website. We recommend that you update to a newer version.

דײַן רעכט צו באַניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן

אויב דו ביסט אַ טײל פֿון אײן פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן האָסטו דאָס רעכט צו באַניצן זיך פֿון דײַן שפּראַך אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג (Försäkringskassan). דאָ  איז אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַנע שפּראַכיקע רעכט און װעגן װאָס דו קענסט פֿאָדערן פֿון דער אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג.

די נאַַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן זײַנען ייִדיש, ראָמיש (ראָמאַני טשיב), סאַמיש, פֿיניש און מיענקיעלי.

מע זאַָל באַשיצן און אָפּהיטן אַלדי נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן

דאָס געזעץ דערקלערט אַז מע זאָל באַשיצן און אָפּהיטן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן. דער װאָס איז אַ טײל פֿון אַ נאַציאַנאַלער מינאָריטעט זאָל האָבן דאָס רעכט צו לערנען זיך, אַנטװיקלען און באַניצן זיך פֿון זײַן מינאָריטעט-שפּראַך. די אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג זאָל צוהערן צו די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און באַטראַכטן זײערע באַדאַרפֿענישן.

די אַגענטור פֿאַר דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג מוז דיר אינפֿאָרמירן װעגן דײַנע רעכט, אומאָפּהענגיק פֿון װעלכע נאַציאָנאַלער מינאָריטעט-שפּראַך דו רעדסט און װוּ אין שװעדן דו װוינסט.